אין די אמעריקאנער ערפארונג איז כמעט אוממעגליך צו טראכטן פון אנטיסעמיטישע דעקרעטן. רעליגיעזע פרייהייט איז איינגעקריצט אין די קאנסטיטוציע, און גאנץ פרי אין זיין פּרעזידענט קאדענץ, האט זיך דזשארדזש וואשינגטאן איבערגעשטרענגט צו פארזיכערן די אידן פון דעם יונגען לאנד אז "די רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן ... גיט פאר ביגאטרי (האס) קיין סאנקציע (בארעכטיגונג), פאר פארפאלגונג קיין געהילף." (דאס האט וואשינגטאן געשריבן אין זיין בארימטן בריוו צו די אידישע געמיינדע אין ראוד איילאנד.) אין לויף פון די לאנגע הונדערטער יארן פון דעם אידישן גלות, האבן מאכטפולע באאמטע אפטמאל ארויסגעגעבן ברייטע דעקרעטן אוועקנעמענדיג פון די אידן זייערע רעכטן, אדער פארטרייבנדיג זיי פון זייערע היימען, אין אמעריקע, קען דאס קיינמאל נישט געשען.
אבער 150 יאר צוריק אין דעם מאנאט, איז עס יא געשען.
אין דעצעמבער, 862', אין ברען פון די ברידער קריג, איז יוניאן ארמיי'ס (אזוי האט מען גערופן די ארמיי פון די פאראייניגטע שטאטן, פון די צפון סטעיטס) באמיאונגען צו קאנטראלירן די באוועגונג (האנדל) פון דרום קאטאן געשטערט געווארן דורך אומלעגאלע שפּאקולאציע און שווארצע מארק האנדלער. אזוי ווי א סאך פון זיינע קאלעגעס, האט מאיאר גענעראל יוליסעס עס גרענט - דאן קאמאנדירט א ריזיגן דעאגראפישן שטח וואס מען האט גערופן די דעפּארטמענט אוו די טענעסי - מיטגעטיילט א קאריקאטור באצייכענונג פון אלע אידן ווי געלט-גייציגע, דריידלעך אויסגעצייכנטע שווינדלער. די דאזיגע מיאוסע האס האט זיך אויסגעקאכט אין "גענעראל באפעל נומער 11" וואס איז געווען די ערגסטע אנטיסעמיטישע פארארדענונג אין די אמעריקאנער היסטאריע:
די אידן אלס א קלאס, פארלעצנדיג יעדע רעגולאציע פון האנדל וואס איז געשאפן געווארן דורכ'ן טרעזשורי דעפּארטמענט, און אויך דעפּארטמענט פארארדענונגען, ווערן דורך דעם (שריפט) ארויסגעווארפן פון דעם דעפּארטמענט (מיינענדיג, די גאנצע טעריטאריע) ביז 24 שעה פון ווען מען באקומט דעם באפעל.
דער ראיאן וואס איז קאמאנדירט געווארן דורך גרענט איז געווען די היים פאר עטליכע טויזנט אידן (אריינגערעכנט מענער אין מונדיר - וואס מיינט סאלדאטן - דינענדיג אונטער אים). צום מזל האט גענעראל פארארדענונג נומער 11 געהאט א קליינע דירעקטע ווירקונג אויף רוב פון זיי. מען האט ארויסגעטריבן אידן פון פּאדוקא, קענטאקי, און פון טייל שטעטלעך אין מיסיסיפּי און טענעסי, און עס זענען געווען באריכטן אז מען האט איינגעשפּארט אידישע רייזנדע און זיי געשלאגן, אבער א צוזאמבראך אין מיליטערישע קאמיוניקאציע האט פארלאנגזאמט דאס פארשפּרייטן גרענט'ס דעקרעט, און ווייניגסטענס טייל אפיצירן האבן געהאט ספיקות איבער אויספירן עס. בריגאדיר גענעראל דזשערעמייע סטאליווען, דער יוניאן קאמאנדיר פון דזשעקסאן, טענעסי, האט קורץ באמערקט אז "ער האט געמיינט אז ער איז אן אפיציר פון די ארמיי און נישט פון א קירכע."
וואס עס האט אינגאנצן אפּגעשטעלט דעם צו גירוש איז אבער געווען דער שעף-קאמאנדיר. ווען א באריכט פון גרענט'ס דעקרעט האט דערגרייכט פּרעזידענט לינקאלן, יאנואר 3, 863' (שב"ק ויחי, י"ב טבת), האט ער זאפארט פארארדענט דערקעגן. "צו פארדאמען א קלאס איז, דאס ווייניגסטע געזאגט, צו בא'עולה'ן דאס גוטע אינאיינעם מיט די שלעכטע," האט דער פּרעזידענט דערקלערט. "איך האב נישט ליב צו הערן (אז) א קלאס אדער נאציאנאליטעט ווערט פארדאמט אויפ'ן חשבון פון א פּאר זינדיגער".
ענדע פון די געשיכטע? אין געוויסע וועגן איז דאס בלויז געווען דער אנהויב.
ווי דער היסטאריקער דזשאנאטאן סארנא ווייזט אן אין זיינ'ס א בוך, "ווען גענעראל גרענט האט ארויסגעווארפן די אידן," האט גרענט'ס באפעל נישט געטאן קיין שאדן פאר זיין מיליטערישע קאריערע. ביז א פּאר יאר איז ער געווען קאמאנדיר פון אלע יוניאן ארמייען, און ווען די קאנפעדערעיט (דרום) קרעפטן האבן זיך אונטערגעגעבן אין א אפּאמעטאקס, האט עס אים פארוואנדעלט אין א נאציאנאלן העלד. ער איז ערוויילט געווארן פּרעזידענט אין 868', און ווידערערוויילט געווארן פיר יאר שפּעטער.
דאך, פאר זיין גאנצן לעבן, האט זיך גרענט געשעמט אז ער האט פּרובירט ארויסצואווארפן "אידן אלס א קלאס" פאר פארלעצונגען וואס רוב פון זיי זענען קיינמאל נישט באגאנגען. "וואס זיין פרוי האט באצייכנט אלס איין 'יענער עקלדיגער באפעל' האט אנגעהאלטן צו פּלאגן גרענט ביז צו זיין טויט," שרייבט סארנא. "דער געפיל אז מיט'ן ארויסווארפן זיי האט ער נישט באוויזן צו לעבן לויט זיין אייגענע הויכע אויפפירונג סטאנדארטן, און לויט די קאנסטיטוציע וואס ער האט געשוואוירן אונטערצוהאלטן, האט אים געגעסן. ער האט זיך אנטשולדיגט פאר דעם באפעל אין די עפנטליכקייט, און ער האט תשובה געטאן דערויף פּריוואט".
עס איז נישט קיין איבערראשונג, אז גרענט'ס באפעל האט באקומען א היבשער מאס אויפמערקזאמקייט אין דעם 68' פּרעזידענט קאמפּיין, דאס ערשטע מאל וואס א "אידישע טעמע" האט געשפּילט א ראלע אין פּרעזידענט פּאליטיק. גרענט האט נישט געלייקנט אז זיין באפעל האט שטארק פארלעצט פונדאמענטאלע אמעריקאנער ווירדן. "איך שטיץ נישט דעם פארארדענונג," האט ער געשריבן מיט באשיידענקייט. "עס וואלט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן געווארן אויב עס וואלט נישט טעלעגראפירט געווארן אינעם מאמענט וואס עס איז געשריבן געווארן, אן איבערטראכטן."
(אויפקלערונג: אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען קיין טעלעפאן, איז די שנעלסטע קאמיוניקאציע געגאנגען דורך א טעלעגראם, און גרענט האט דערמיט געמיינט צו זאגן, אז וויבאלד מען האט שוין ארויסגעשיקט זיין פארארדענונג צו זיינע גענעראלן, האט גרענט מער נישט געוואלט טראכטן דערפון, ווייל עס האט דאך נישט געפּאסט צוריקצוציען.)
עס איז אבער געווען אלס פּרעזידענט, ווען די פולע מאס פון גרענט'ס חרטה איז קלאר געווארן. ווען ער האט זיך געשטעלט אין קעגנערשאפט צום באוועגונג וואס זאל פארוואנדלן אמעריקע אין אן ארויסגעזאגטע קריסטליכע מדינה דורך א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט וואס זאל באשטימען דעם אותו האיש אלס "רעגירער צווישן פאלק". ער האט באשטימט מער אידן צו רעגירונג אמטן ווי אלע זיינע פארגייער צוזאמען, אריינגערעכנט צו פּאזיציעס, אזוי ווי גאווערנאר פון די וואשינגטאן טעריטאריע, וואס מען האט פריער באטראכט ווי צו הויך פאר א אידישן נאמינירן.
גרענט איז געווארן דער ערשטער אמעריקאנער פּרעזידענט עפנטליך ארויסצוטרעטן קעגן די רדיפות פון אידן אין אויסלאנד. אין רעאקציע צו אנטי-סעמיטישע פּאגראמען אין רומעניע, האט ער גענומען דעם פּרעצעדענטלאזן שריט און שיקן א אידישן הויפּט קאנסול קיין בוקארעסט צו "ארבייטן פאר'ן בענעפיט פון די מענטשן וועלכע פּלאגן זיך אונטער שווערע אונטערדרוקונג".
אלעס אינאיינעם, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די 8 יאר פון גרענט'ס פּרעזידענט קאדענץ איז געווען א "גאלדענע עפּאכע" אין אמעריקאנער אידישע היסטאריע. ווען ער איז געשטארבן אין 885', איז ער באוויינט געווארן אין שוהלן איבער'ן גאנצן לאנד.
עס איז געווען א וואונדערליכע געשיכטע פון תשובה און חרטה. פון דער פארהאסטער ביי די אידן צו זייער גרויסן פריינט אין וואשינגטאן; פון דעם גענעראל וואס האט געטרעטן אויף אידישע פרייהייט צו דער פּרעזידענט וואס האט געמאכט שיצן זייערע רעכטן א פּריאריטעט. בלויז אין אמעריקע.